תמוז – װיקיפּעדיע
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | |||||
ג | ד | ה | ו | ז | ח | ט |
י | יא | יב | יג | יד | טו | טז |
יז | יח | יט | כ | כא | כב | כג |
כד | כה | כו | כז | כח | כט | |
לוח לשנת ה'תשפ"ה | ||||||
אָנוויײַז: תענית |
![](https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/6/63/GoldCalf.jpg/220px-GoldCalf.jpg)
תמוז איז דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).
פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז תמוז שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואניג טעג.[3]
ראש חודש תמוז איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון סיון, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון תמוז, וויבאלד סיון איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.
דער ערשטער טאג פון חודש תמוז קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (א ג ה ו) זונטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, פרייטיק.[4]
דער צירוף פון חודש תמוז גייט ארויס פון דער ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) וכל זה איננו שוה לי[5] (אסתר ה. יג.).